top of page
Concrete Wall

Acharecha

  • YV
  • 5 hours ago
  • 1 min read

Composed and Originally Sung by: Hanan Ben Ari

Re-written and Performed by: Harmonica

Arranged and Recorded by: Nussy Teitelbaum

Mixed and Mastered by: Menachem Freidman

Cover Design by: Leizer Drezner


Lyrics:


שוין נישט די ערשטע מאל וואס

שלאף קומט נישט גרינג אן צו מיך

מ'זאגט אז דו ביסט קעניג

אפשר צום פאלק באווייזטו זיך. געדענקסט די נעכט אליין

מיט מיין גיטאר און די גראז

איך פלעג מיין הארץ צו דיר אויסזינגען

און יעצט וואס


כ'האב שוין נישט קיין קול צו שרייען וואו ביסטו

איך וואלט געשטארבן יעצט צו דעם נאך דיר אין וויסטע מדבר

אהן דיר נישטא קיין טעם נישטא קיין גיסטע

כ'געדענק שוין נישט ווען כ'האב פארלוירן דיינע פוסטריט

און געבליבן

איך אליין


אומערפילטע זוכעניש

לאזט דאס הארץ אזוי צומישט

גאר דער בן המלך האט נישט געפינען זיין פלאץ ביים טיש

דאך האף איך אז וואס נאר ס'וועט מיט מיר פאסירן

וועסטו מיר היילן אויך ווען איך טו שוין נישט פרובירן


כ'האב שוין נישט קיין קול צו שרייען וואו ביסטו

איך וואלט געשטארבן יעצט צו דעם נאך דיר אין וויסטע מדבר

אהן דיר נישטא קיין טעם נישטא קיין גיסטע

כ'געדענק שוין נישט ווען כ'האב פארלוירן דיינע פוסטריט

און געבליבן

איך אליין


כ'האב שוין נישט קיין קול צו שרייען אייכה

אבער איך ווייס אז דו ביסט באמת שטענדיג

מיט מיר

ואציעה שאול הינך

אפילו דארט קען דיר טרעפן אינעווענדיג

אין מיר


אפילו אהן א קול שריי איך אייכה

העלף מיך זעהן אויך דא דו ביסט באמת שטענדיג

מיט מיר

ואציעה שאול הינך

אפילו דא קען דיר טרעפן אינעווענדיג

דארטן טיף אין מיך אליין.

 
 
 

Comentários


Signup for Daily Emails with New Videos - Cancel Anytime

Thanks for subscribing!

©2024 by Yiddish Videos.

bottom of page