Chuppah - Yaakov Shlomo Gross, Chassidish | די הייליגע חופה - יעקב שלמה גראס, חסידיש, שבתי טייכמאן
- YV
- 3 hours ago
- 2 min read
דער פראיעקט איז נישט נאך א אלבום; נאר שטעלט פאר א קאלעקציע פון ריינע, עכטע חסידישע נגינה, אויסגעגאסן ריינע און הייליגע אידישע געפילן וועלכע קומען צום אויבערפלאך ביי א אידישע שמחה, און גלייכצייטיג גאר רייך און פראפעסיאנאל שאפנדיג א דבר השלם בעז"ה. דער "חסידיש" כאר, וואס האט שוין קונה שם געווען מיט איר אייגנארטיגן חסידישן חן, קומט דא צום אויסדרוק אין א זעלטענעם פארנעם, דער בארימטן בעל מנגן ר' יעקב שלמה גראס הי"ו, וועלכער לייגט אראפ די ניגונים מיט זיין באקאנטן ווארעמקייט און רייכע שטימע וואס צעגיסט זיך מיט א זיסקייט אין די גלידער, שאפנדיג אן אטמאספערע וואס נעמט דעם צוהערער אויף א רייזע צוריק צו די טיפע און רייכע, אמת'ע אידישע נגינה.
די ארבעט האט געוויס נישט געקענט צושטאנד קומען אן די באגלייטונג פון די שטארקע מוזיקאלישע כוחות וועלכע האבן צוגעלייגט שאפנדיג דעם פילהארמאנישן כח הנגינה. די מוזיק איז מייסטערהאפטיג אראנזשירט דורך דעם טאלאנטפולן ר' אלעזר אלימלך האס הי"ו, באגלייט מיט די הארציגע קלארינעט-טענער פון ר' יונתן יאזשעף הי"ו און מיט די סטרונעס פון ר’ ראובן דאנענבערג הי”ו און ווערט הארציג באגלייט מיט די זיסע קולות פונעם ילד הפלא שבתי מרדכי טייכמאן.
מיר זענען גליקליך אייך פארצושטעלן בעז"ה דעם ערשטן חלק פונעם פראיעקט, "קבלת פנים – חופה", אנגעפילט מיט ערנסטקייט און שמחה בחדא מחתא. די ניגונים זענען אויסגעקליבן געווארן איינס ביי איינס פון אונזער רייכן און אוטענטישן אוצר פון הייליגע ניגונים, צו ברענגען דעם ריכטיגן חסידישן גייסט צו דעם זמן שמחה. מיר האפן אז די ניגונים וועלן הייבן די הערצער, דערווארימען די נשמות, און ברענגען אן עכטן עונג רוחני פאר יעדן וואס הערט דאס אויס.
יהא רעוא אז עס זאל זיין והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה', ובמהרה נזכה לשורר שיר חדש בביאת גואל צדק בב"א.
קרעדיטס:
סאלא: יעקב שלמה גראס
ילד הפלא: שבתי מרדכי טייכמאן
קווייער: חסידיש
מוזיק: אלעזר אלימלך האס
קלארינעט: יונתן יאזשעף
פידל: ראובן דאנענבערג
סאונד: Pulse
זאל: כתר ריזל
סטודיו: שבח
עריכה: זאנוויל בערקאוויטש, הערשל שניטצלער, נחמן מאסקאוויטש
יישר כח:
ר' אלעזר אלימלך האס: זיך אוועק געגעבן די גאנצע צייט בלב ונפש.
ר' משה ארי' קויפמאן: פאר דיין הארץ אין נשמה!
ר' זאנוויל בערקאוויטש: פון אנפאנג פלאן, ביז יעצט דא כאן, איז ער אייביג געווען פארהאן, זאל זיין וואס זאל זיין..




Comments