Da Beni Ahuvi
- YV
- 5 hours ago
- 2 min read
Composed and Originally Sung by: Shuli Rand
Re-written and Performed by: Harmonica
Arranged by: Pinny Klein
Recording and Backup Vocals by: Nussy Teitelbaum
Mixed and Mastered by: Lipa Brauner
Cover Design by: Leizer Drezner
Lyrics:
זיי וועלן דיר דערציילן
אז איך טו דיר מער נישט ליב האבן
און פון מיין טיש ביסטו פארטריבן פון היינט
זיי וועלן ארויפברענגען
זכרונות וואס האסט באגראבן
ביז דיין פנים וועט קאלירט ווערן מיט שאנד
זיי וועלן פארהאלטן
אויף די טעותים פון דיינע וועגן
דיין נארישקייט, דיין ליבשאפט צו שלעכטס
זיי וועלן דערמאנען
אין דיינע הענט איז עס געלעגן
יעצט איז קיין וועג פארהאן עס צוריק צו מאכן רעכט
און דו וועסט זיי צוהערן
און דו וועסט זיי גלייבן
זיי וועלן דיר זאגן אז מיין רחמנות האט א גבול
וואס אין א שוואך מינוט דו האסט איבערגעטרעטן
און יעצט צירוק קומען אפילו אויב מ'וויל
העלפט שוין נישט קיין שום געוויין און קיין געבעטן
זיי וועלן דערציילן וועגן א בת קול וואס טוט אפקלאנגען
שובו בנים שובבים, יעדער חוץ דיר
זיי וועלן פארשלאגן איינמאל ביסט אין נעץ געפאנגען
דעם זיסן טעם פון וויילן אינעם זומפ כאטש שפיר
טו זיי נישט צוהערן
טו זיי נישט גלייבן
ווייס, מיין געליבט קינד
אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן
אויף אייביג מיט מיר געבינדט
אזוי זיס בא'חנט
מיין בן שעשועים
אין זייער ווערטער עס טוט טאקע אמת ליגן
יא דו האסט אויף וואס צו קלאפן על חטא
אין שוועריקייט נישט אנערקענט וואס האסט באקריגן
און אויף חרטה נישט געטראפן די דרייסטקייט
אבער מיין קינד, טו זיך נישט אין גרוב אויפהאלטן
זוך די גוטס וואס דו האסט זיכער יא
ווייל אונטער יעדע אמת ליגט טיף באהאלטן
דער אמת לאמיתה
טו זיי נישט צוהערן
טו זיי נישט גלייבן
ווייס, מיין געליבט קינד
אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן
אויף אייביג מיט מיר געבינדט
אזוי זיס בא'חנט
מיין בן שעשועים
נכון שאני אוהב את הצדק
אבל למעלה מזאת
אני אוהב את הרחמים
דע בני אהובי
כי מליבי לא נעקרת
לעולם אתה לי
ילד חן
בן שעשועים
נכון שאני אוהב את הצדק
אבל למעלה מזאת
אני אוהב את הרחמים
Comments