top of page
Concrete Wall

אין קאסא גראנדע לייגט מען אריין כוחות בס"ד אויפצובויען יעדן קינד מיט קאנפידענץ

  • YV
  • Dec 24, 2025
  • 1 min read

אין קאסא גראנדע לייגט מען אריין מורא'דיגע כוחות בס"ד אויפצובויען יעדן קינד. די קינדער דא באקומען א מורא'דיגן קאנפידענץ, עפעס וואס מען זעט נישט אין ניו יארק.


ביי דער מסיבת חנוכה פון דער קהילה האבן די קינדער צוגעשטעלט א הערליכער כאר. ס'איז געווען א נחת צו זען ווי יעדעס קינד נעמט איבער דעם מייק און זינגט סאָלאָ אן קיין שום בושה.


אין קאסא גראנדע וואקסן די קינדער אויף אין א גאר געזונטער ענווייראמענט, און אלעס מיט דעם ריכטיגן באלאנס. קיין איין קינד פירט זיך נישט ווי א בעל גאווה. קיינער חוצפה'ט נישט און קיינער בוליט נישט.


א קינד פון א יונגערן קלאס, האט געוואלט פילן ווי ער איז אויך א חלק פון דעם כאר, האבן די קינדער אליין מחליט געווען אים צו געבן א העדסעט.


מענטשן וואס קוקן צו דעם וואוקס פון די קינדער, זינט זיי זענען געקומען קיין קאסא גראנדע זענען נבהל ונשתומם וואס די סביבה האט געטאן מיט זיי.


נישטא די ווערטער צו דאנקען דעם רבונו של עולם פאר זיינע חסדים און די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס מען זעט אויף טריט און שריט.


*Join Our WhatsApp Group - Stay in the loop and connect with our community:*






 
 
 

Comments


Signup for Daily Emails with New Videos - Cancel Anytime

Thanks for subscribing!

©2024 by Yiddish Videos.

bottom of page